היכן שנותיי השבע הטובות
העתקת מילות השיר

פֿאַר אײַך, מענטשן, מוז איך מיך באַקלאָגן, פֿון דאגהן װערט מיר אַזש גרױ די האָר, געהערט האָב איך פֿון פֿילע מענטשן זאָגן אַז גאָט גיט יעדן זיבן גוטע יאָר. אַזױ האַלט איך אין אײן װאַרטן און אײן האָפֿן, איך װאַרט, איך װער צעפּיקעט, איך קראַפּיר, און דער גוטער יאָר האָט מיר נאָך ניט געטראָפֿן, איז עס מעגלעך אַז מײַן גאָט זאָל בלאָפֿן מיר? רעפֿרײן: װוּ זײַנען מײַנע זיבן גוטע יאָר! אױב ניט זיבן, זאָל כאָטש זײַן אַ פּאָר. עפּעס פֿון דעם לעבן כאָטשע, איז מײַן נשמה דען פֿון קלאָטשע, װוּ זײַנען מײַנע זיבן גוטע יאָר? דעם טעם פֿון קבצן זאָל קײנער פֿאַרזוכן, עס טריקנט די געהירן אױס פֿון מוח, אַ קבצן צו אַ טױטן איז געגליכן, דאָס זאָגט די תּורה און איך זאָג דאָס אױך. אַ מאָל פֿלעגט מען די צרות כאָטש פֿאַרגיסן, מ’האָט זיך אָנגעשיכּורט און געמײנט ס’איז גוט, ביר, שנאַפּס, װײַן פֿון זױער און פֿון זיסן, און אַפֿילו דאָס דערלױבט מײַן פּאַקעט ניט.
מילים: דוד מאירוביץ
לחן: דוד מאירוביץ

פֿאַר אײַך, מענטשן, מוז איך מיך באַקלאָגן,
פֿון דאגהן װערט מיר אַזש גרױ די האָר,
געהערט האָב איך פֿון פֿילע מענטשן זאָגן
אַז גאָט גיט יעדן זיבן גוטע יאָר.

אַזױ האַלט איך אין אײן װאַרטן און אײן האָפֿן,
איך װאַרט, איך װער צעפּיקעט, איך קראַפּיר,
און דער גוטער יאָר האָט מיר נאָך ניט געטראָפֿן,
איז עס מעגלעך אַז מײַן גאָט זאָל בלאָפֿן מיר?

רעפֿרײן:
װוּ זײַנען מײַנע זיבן גוטע יאָר!
אױב ניט זיבן, זאָל כאָטש זײַן אַ פּאָר.
עפּעס פֿון דעם לעבן כאָטשע,
איז מײַן נשמה דען פֿון קלאָטשע,
װוּ זײַנען מײַנע זיבן גוטע יאָר?

דעם טעם פֿון קבצן זאָל קײנער פֿאַרזוכן,
עס טריקנט די געהירן אױס פֿון מוח,
אַ קבצן צו אַ טױטן איז געגליכן,
דאָס זאָגט די תּורה און איך זאָג דאָס אױך.

אַ מאָל פֿלעגט מען די צרות כאָטש פֿאַרגיסן,
מ’האָט זיך אָנגעשיכּורט און געמײנט ס’איז גוט,
ביר, שנאַפּס, װײַן פֿון זױער און פֿון זיסן,
און אַפֿילו דאָס דערלױבט מײַן פּאַקעט ניט.

ביצוע בשפת המקור (יידיש):

 

משה טאובה 

על השיר

כל מידע נוסף על אודות השיר, כולל הערות, סיפורים, צילומים – יתקבל בברכה לכתובת contact@zemereshet.co.il.




עדכון אחרון: 28.03.2026 18:20:44


© זכויות היוצרים שמורות לזֶמֶרֶשֶׁת ו/או למחברים ו/או לאקו"ם

נהנית מזמרשת?
אתר זמרשת מתקיים בזכות תרומות.
עזרו לנו להמשיך במפעל!