נישטא איין מענש אויף דער וועלט
וועס לעבט אפ זיינע יאהרן
מיטן ווינד צו פערד גען דאס ביסעלע געלד
א מלאכה איז א חסרון
עס פוילט זיך צו פערדינען וואס ער עסט
האראווען איז פאר איהם א בושה!
ער קוקט נאר א ויס צו עסין קעסט...
און צו דערטאפין א פעטע ירושה!
קראנק איז ער, ווי איך אויך
אזוי צו הארעווען מיט דעם שוויס
און צו שרייען אין דער הויך
הייסע באבקעלעך! יודעלעך, הייס!
דארט ריקט זיך אויף דער נאס
און ווערט ניט מיעד
איין גאנץ שטיק עולם הבא
דאס איז איין אייניקיל פון א גוטען יוד
און בייא דער זייט זיין גבאי
מען גיט איהם א נדבה, ער זאגט ס'איז קליין
און שעלט אייך אן מיט טויזענד רוחות
ווייל זיין זיידע איז דער קאדניער געוועהן
דער פאר איז ער אזא מיוחס
קראנק איז ער...
דארט שפאצירט א שאלטיק אויף דער גאס
לערנין קען ער נאר ניט
ער געהט ארום נאר פינט און פאס
און טיהט אלסדינג וועס מאן טאהר ניט
ער צו לייגט זיך אין טעהאטער וויא א גראף
אז ער האט קיין קאפיקע קען איך אייך שווערין
און האט נאך העזה, אט דער קאיאף
אויס צו פייפען דיא בידגע אקטערן
קראנק...