מײַן צוואה
אַָ, גוטע פֿרײַנד! ווען איך וועל שטאַרבן,
טראָגט צו מײַן קבֿר אונדזער פֿאָן –
די פֿרײַע פֿאָן מיט די רויטע פֿאַרבן,
באַשפּריצט מיט בלוט פֿון אַרבעטסמאַן!
און דאָרט אונטער דעם פֿלאַג דעם רויטן,
זינגט מיר מײַן ליד, מײַן פֿרײַעס ליד!
מײַן ליד "אין קאַמף", וואָס קלינגט ווי קייטן
פֿון דעם פֿאַרשקלאַפֿטן קריסט און ייִד.
אויך אין מײַן קבֿר וועל איך הערן
מײַן פֿרײַעס ליד, מײַן שטורעמליד;
אויך דאָרט וועל איך פֿאַרגיסן טרערן
פֿאַר דעם פֿאַרשקלאַפֿטן קריסט און ייִד!
און ווען איך הער די שווערדן קלינגען
אין לעצטן קאַמף פֿון בלוט און שמאַרץ –
צום פֿאָלק וועל איך פֿון קבֿר זינגען
און וועל באַגײַסטערן זײַן האַרץ.