ברידער און שוועסטר פון ארבעט און נויט,
אלע וואס זיינען צעזייט און צעשפרייט!
צוזאמען, צוזאמען, די פאן – זי איז גרייט,
זי פלאטערט פון צארן, פון בלוט איז זי רויט, –
א שבועה, א שבועה, אויף לעבן און טויט!
הימל און ערד וועט אונז הערן,
עדות – די ליכטיקע שטערן,
א שבועה, א שבועה פון בלט און פון טרערן –
מיר שווערן צו קעמפן פאר פרייהייט און רעכט
מיט אלע טיראנען און זייערע קנעכט;
מיר שווערן באזיגן די פינצטערע נאכט
אדער מיט העלדנמוט פאלן אין שלעכט
הימל און ערד וועט אונז הערן...
מיר שווערן צו פירן דעם הייליקן שטרייט,
ביז וואנען די וועלט וועט נישט באנייט:
קיין קבצן, קיין נגיד, קיין האר או קיין שקלאף;
גלייך זאל ווער שטארק איז און שלאף! –
הימל און ערד וועט אונז הערן...
מיר שווערן א טרייהייט אן גרענעצן צום "בונד",
נאר ער קען די שקלאפן באפרייען אצונד.
זיין פאנע, די רויטע, זי וייט הויך און ברייט
מיר שווערן אים טרייהייט אויף לעבן און טויט!
הימל און ערד וועט אונז הערן...