לאָמיר בּיידע אַ ליבּע פֿירן,
לאָמיר בּיידע זײַן פֿון גאָט אַ פּאָר;
שווערן שווער איך דיר בּײַ גאָט און בּײַ מענטשן,
אז וואַרטן וועל איך אויף דיר צוויי-דרײַ יאָר.
צוויי-דרײַ יאָר וועל איך אויף דיר וואַרטן,
אפילו פֿינף יאָר איז מיר אויך כדאי;
געלד אין פּאָלק ארײַן וועל איך דיר שיקן,
און איך וועל מיך מוטשען בּײַ דער שנײַדערײַ.
גנב'ע דיך אַרויס פֿון דיינע עלטערן,
און קום צו מיר אין וואַגעזאַל אַרײַן;
אָבּגעזעגענט זיך און אָבּגעקושט זיך,
און גלײַך אין וואַגאָן ארײַן.
דער פּאָטשאָנג*, מאַמעליוּ, איז שוין לאַנג אָבּגעגאַנגען,
בּײַ יעדער סטאַציע בּלײַבּט ער שטעהן;
ווען איך דערמאַן זיך אין מײַן טײַער לעבּן,
טוּ איך מער נישט נאָר קלאָג און וויין.
...............
*דער צוג [הרכבת]