המילים
גליקליכע טעג! איר זײַט גיך פֿאַרשוונדן,
ס'קומט נאָך דעם פֿרילינג דער ווינטער צוריק,
יוגענד און פֿרייד - איר ווערט גיך פֿאַרלאָרן!
צער און אומעט פֿאַרשטעלט אונזער גליק!
ס'ווערן די פֿייגעלעך אויך שוין פֿאַרפֿאַלן,
אַנדערש-וו זוכן די וואַרעמע שטראַלן.
ס'איז אויף דעם פֿעלד שוין ניטָא מער קײן בלום,
אומעטיג, עלענד, ארום, ארום.
ס'איז אויף דעם פֿעלד שוין ניטָא מער קײן בלום,
אומעטיג, עלענד, ארום, ארום.
יוגענד און פֿרייד! איר ווערט גיך פֿאַרלאָרן,
צער און אומעט פֿאַרשטערט אונזער גליק!
ווי גיך, אוי, ווי גיך, פלוצלונג אוי-וויי!