איטאליענישער קאמף הימן
וואַכֿט אויף, בּרידער, וואַכֿט אויף, שוועסטער,
און מושטירט זיך אויס אין רײַען!
ס'רופֿט דער קאַמף, די פֿאָנען וויען,
אונדזער הימל פֿלאַקערט רויט.
שווערט בּײַ אונדזער נויט און הונגער,
זיך אָן זיג צוריק נישט קערן!
ערגער קאָן אונדז שוין נישט ווערן!
גרעסער קאָן נישט זײַן די נויט!
רעפֿריין: מיר די אונטערדריקטע מאַסן,
האָבּן שוין דעם קריג דערקלערט,
קעמפֿן וועלן מיר און האַסן,
בּיז דער קאַמף געווינען ווערט!
אונדזער קראַפֿט איז זײַן פֿאַראײניקט,
איינס צום צווייטן טרײַ און טײַער.
שאפֿט אַ וועלט דער פּראָלעטאַריער,
אַלעס האָבּן מיר געבּויט.
וואָס מען מוז אין קאַמף פֿאַרניכֿטן,
וועלן מיר צוריק פאַריכטן,
ווען דער קאַמף וועט זײַן געוווּנען,
ווען דער סוינע [שונא]* זײַן וועט טויט.
רעפֿריין: מיר די אונטערדריקטע מאַסן...