טריפֿט אַ רעגנדל, טריפֿט אַ רעגנדל:
קאַפּ קאַפּ קאַפּ!
אין די שײַבעלעך, אין די דעכעלעך:
קלאַפּ קלאַפּ קלאַפּ!
און די פֿײגעגלעך מיט די הינדעלעך:
ציפּ, ציפּ, ציפּ, ציפּ, ציפּ!
צו די סטרעכעלעך, צו די בײמעלעך:
היפּ, היפּ, היפּ, היפּ, היפּ!
נאָר די קינדערלעך אויפֿן רעגענדל:
האָפ, האָפ, האָפ, האָפ!
אין דעם לויטערן קלאָרן װאַסערל:
שליָאפּ, שליָאפּ, שליָאפּ, שליָאפּ!
אויס דאָס רעגנדל שײַנט אַ זונעלע:
שײַן, שײַן!
און די קינדערלעך אַלץ אין וואַסערל:
פֿײַן, פֿײַן!