אני הלכתי ביער ושמעתי בת קול
דאָס הייסט איך בין געגאַנגען אין וואַלד.
און דערהערט אַ שטימע אַ וודאי פֿון הימל.
קאַטערינאַ, מאָלאָדיצאַ, פּאָדי סיודאַ.
קאַטערינאַ, מאָלאָדיצאַ, פּאָדי סיודאַ,
וואָזשע הייסט עס ?
"קאטע" אוי "כת" - איז דאָך אַ כּתה,
"רינא"– "רינה" איז געזאַנג.
איז: כַּת רינה מאָלאָדיצאַ פּאָדי סיודאַ !
"כַּת רינה" ווייסן מיר שוין
וואָזשע הייסט עס "מאָלאָדיצאַ"
און "פּאָדי סיודאַ ?"
וואָס מיינט דער פּסוק ?
"מאָלאָ" – אוי "מלא" איז דאָך פֿול,
"דיצא" – "דיצה" איז דאָך פֿרייד.
איז כַּת רינה מלא דיצה, פּאָדי סיודאַ.
כַּת רינה ווייסן מיר שוין,
מלא דיצה - האָט איר אויך פֿאַרשטאַנען.
וואָזשע הייסט עס פּאָדי סיודאַ ?
איך זאָל אַזוי וויסן פֿון צרות.
"פּאָדיסו" - "פדית" האָסט אונדז אויסגעלייזט,
אוי "די" הייסט דאָך גענוג.
איז : כּתה, מיט געזאַנג, פֿול מיט פֿרייד.
דו האָסט אונדז אויסגעלייזט און גענוג !
זינגט זשע אַלע, אַלע צוזאַמען
זינגט זשע העכער אָט אַזוי:
כַּת רִינָה מָלֵא דִיצָה פָּדִית דַי.