יציאת־מצרים
אין דעם לאַנד דער פּיראַמידן
וואַר אַ קעניג, בייז און שלעכט.
און עס וואַר אַלע ייִדן
זײַנע דינער, זײַנע קנעכט.
שווער האָט זיי געפּלאָגט דער קעניג,
לײַדן האָט דאָס פֿאָלק געמוזט,
ווײַל עס האָט פֿאַרשטאַנען ווייניק —
ווייניק מוט וואַר אין זײַן ברוסט.
קנעטן ליים און שלעפּן ציגל,
בויען שלעסער הויך און רײַך —
ביז דעם קבֿר פֿון זײַן וויגל
וואַר דער קנעכט צו הונדע גלײַך.
קינדער האָט מען דאַן פֿאַרמויערט
ווען אַ ציגל האָט געפֿעלט —
און ווער ווייס, ווי לאַנג עס דויערט
דיזע וויסטע שקלאַפֿנוועלט,
ווען אין לאַנד דער פּיראַמידן
זאָל ניט זײַן אַ שטאַרקער העלד,
וועלכער האָט געקעמפֿט פֿאַר ייִדן
מיט זײַן חכמה און זײַן שווערד.