די קירכן-גלאָקן
אַך, וואָס קלינגט איר, קירכן־גלאָקן?
הערט שוין אויף! - גענוג געשראָקן
האָבן אײַערע װילדע טענער
אונדזער אָרעמע וועלט!
אײַערע טענער, דאַכט זיך רופֿן
צו פֿאַרברענען מענטשן־גופֿן
אויף די הויכע עשאַפֿאָטן,
וואָס איר האָט געשטעלט;
אײַערע טענער רופֿן הענקער
צו מאַרטירן יעדן דענקער,
יענעם קאָפּ אַראָפּצוהאַקן,
וועלכער בייגט זיך ניט;
אָ, איר ווילט די וועלט פֿאַרוויגן
מיט אַ שוואַרצן טויטן־ניגון
און פֿאַרדעקן מיט אַ מאַנטל
פֿון אַ יעזויִט.
כ'האָב אַ נײַעם גלאָק באַשאַפֿן,
צו ערוואַכן מידע שקלאַפֿן -
ניט אין קירכן - אין דער לופֿטן
הענג איך אים אַרויף;
ניט צו שרעקן, נאָר צו וועקן
גאָר די וועלט פֿון אַלע עקן,
קלינגט ער מוטיק, רופֿט ער פֿריילעך:
שטייט צו לעבן אויף!