המילים
וואָס זע איך דורך די שויבן?
עס פֿליִען אָן ווי טויבן
מײַן יוסף, מײַן בנימין קלאַפּן אין מײַן טיר!
אַך, הימל, גאָט, די וווּנדער!
איך זע דאָך מײַנע קינדער,
די ליבסטע, די געטרײַסטע קומען אָן צו מיר!
אַוועק אַזוי פֿיל יאָרן,
געמיינט איך בין פֿאַרלאָרן,
אַן אַלמנה אַ פֿאַרוויסטע - ליידיק בײַ מײַן טיש…
מיט אײַך ווי איז געגאַנגען,
צײַט מען האָט אײַך געפֿאַנגען?
וואָס מאַכט יהודה און אפֿרים? גיט מיר אַ גערוס.
אויף גאָט ניט ליאַרעמט, קינדער!
אָט דאָס איז גאָטעס וווּנדער:
די פֿינצטערניש ווערט שטאַרקער, איי עס ווערט טאָג!
בײַ דער ערשטער גאולה
איז דאָס אויך געווען די פּעולה:
דער לאַסט צו לעצט ווערט גרעסער, אַז משה שרײַט מיט קלאָג!
מע איז אײַך דן לחובֿה,
און דאָס איז גראָד אַ טובֿה,
איר זאָלט בויען אײַער צענטער דריקט מען אײַך מיט נויט;
די נבֿיאים וואָלטן אײַך ניט טרײַבן,
וואָלט איר דאָרט פֿאַרבלײַבן,
און אײַער בונד און נאַציאָנאַלנאָסט בלײַבט דאָך אומגעבויט!
עס לאַכן מײַנע שׂונאים:
וואָס האָט עס פֿאַר אַ פּנים,
אַז עטלעכע קליינע ייִדלעך טרעטן אָן מײַן פּאָל?
צי קען מען זיי דען טרויען?
צי וועלן זיי דען בויען
מײַן ייִשובֿ, מײַן באַוווינונג, ווי עס איז געווען אַ מאָל?
ניין! דאָס מוזט איר פֿאַרגלײַכן
צו די גרעסטע טײַכן -
פֿאַנגען זיך אָן ווי אַ שנירל, פֿון אַ קליינעם קוואַל;
עס פֿאַלן איר צו שטראָמען,
ביז עס שטײַגט איר נאָמען,
און אירע מאַסטן מיט די זעגלען גלענצן איבעראַל!
אַהער קומט, יענע יאָרן!
איך בין יונג געוואָרן,
איך וואַרף אַראָפּ מײַן טרויער, אַהער - מײַן זײַדן קלייד!…
פֿול ווערט מײַן הויז ווידער,
עס הייבט דאָס האַרץ, די גלידער,
פֿיל פֿון מײַנע קינדער פֿאָרן אָן מיט פֿרייד!
פֿון שׂימחה טרערן פֿליסן,
לאָזט מיך האַלדזן, קושן,
רוט אײַך אויס בײַ מיר די ביינער, מײַנע הערצנסגעסט!
איר וועט בײַ מיר קריגן
אַלע פֿאַרגעניגן,
איר וועט ניט וויסן פֿרעמדע טישן, נאָר די מוטערס קעסט!
אָט דיזע יונגע מענטשן
וועט די וועלט זיי בענטשן,
פֿאַרלאָזן הײַזער, גיטער, גלאַנץ און גליק און פּראַל!
מענטשן געשטודירטע,
הויך ציוויליזירטע
ווילן זײַן קרבנות פֿאַרן גאַנצן כּלל!…
זיי האָבן זיך באַשלאָסן
אויף אַלערליי פֿאַרדראָסן,
נאָר אָפּצוּוואַרפֿן אַלע שטיינער וואָס ליגן אויפֿן וועג;
צו לײַדן שוועריקייטן
ווי אין משהס צײַטן,
און זייער נאָמען בלײַבט מיט עזראס ביז די לעצטע טעג!