אַ ליד פֿון אַ פֿייגעלע
איך גיי אַרויס אויפֿ'ן גאַניקל
דאָס שטעטעלע באַקוקן,
קומט צו פֿליען אַ קליין פֿייגעלע,
און טוט זיך צו מיר בּוקן.
נישט אַזוי דאָס קליינע פֿייגעלע,
ווי איר שיינער פֿליען.
זי וואַרפֿט אַראָפּ מיר אַ קליין בּריוועלע,
איך טו עס גלײַך בַּאקומען.
איך לייען איבּער די ערשטע שורה'לע,
דער פֿאַרליבטער איז פֿאַרדאָרבּן,
איך לייען איבּער די צווייטע שורה'לע,
דער פֿאַרליבטער איז געשטאָרבּן!
קלויבּט צונויף אלע מײַנע חבר'טעס,
אַלעמען אין איינעם,
ווער ס'האָט נאָר אַ ליבּע געפֿירט,
זאָל מיר העלפֿן וויינען!