די זעלבע גאסן
די זעלבע גאַסן און טראַמווייען,
נומערן 11 און 4;
דיזעלעבע יינגלעך לויפן, שרייען:
"אַ צייטונג קויפט זשע, קויפט באַ מיר!";
דערזעלבער הימל, נאָר ניט ענלעך
דער מענטש וואָס אונטער אים,
עס שיינט די זון אַלץ ניט פֿאַרשטענדלעך,
איך הער עס פֿרעגט אין מיר אַ שטים:
צי דאַרף עס אַזוי זיַין?
צי מוז עס אַזוי זיַין?
אז פֿאַר איינעם איז גליק באַשערט
און פֿאַר דעם צווייטן איז אַלץ פֿאַרווערט.
ווער האָט עס אַיינגעשטעלט,
אַזוי זאָל זיין די וועלט?
עס פֿרעגט און וועקט דאָס האַרץ מיַינס:
דאַרף אַזוי זיין? מוז אַזוי זיַין?!
פֿאַר זיי די סקווערן און בולוואַרן,
פֿאר מיר אַזאַ קוואַרטאַל.
פֿאַרוואָס זאָל יענער מיך אַלץ נאַרן?
פֿאַרוואָס פאַר מיר אַ טרערן-קוואַל?
פֿאַרוואָס דער אויפשריפט אויפן ברעטל:
"פֿערבאָטען ווייטער גיין"?
פֿאַרוואָס פֿאר זיי מיין היים, מיין בעטל –
און מיין געלעגער האַרט ווי שטיין?
צי דאַרף עס אַזוי זיַין? א.א.וו