צו דעם זילבער-קלאָרן טײַכל
שעפן וואַסער גייען מיר,
פֿולע קרוג מיט קאַלטן וואַסער
ברענגען מיר אַהיים צוריק.
טאָג און נאַכט ברומט אונדזער טײַכל,
קושט דעם שטיינענדיקן ברעג,
ס'שווימען פֿישעלעך באַגילטע,
האַלטן פֿריילעך זייער וועג! א-א...
ס'שווימען פֿישעלעך באַגילטע,
ס'ווייסט נישט יעדער זײַער אָרט
יענעם, וועלכער עס געפֿעלט זיי
זאָגן זיי אַ פֿריינדלעך וואָרט.
און זיי רופֿן, און זיי ציען
אין דעם זילבער-קלאָרן שײַן.
ווער ס'איז דאָרט איין מאָל געוועזן
וויל מיט זיי אויף אייביג זײַן! א-א...