פאפיראסן
א קאלטע נאכט, א נעפלדיקע, פינצטער אומעטוס
שטייט א יינגעלע פאטרויערט און קוקט זיך ארום
פון רעגן שיצט אים נאר א וואנט
א קאשיק האלט ער אין דער האנט
און זיינע אויגן בעטן יעדן שטום:
איך האב שוי ניט קיין כוח מער ארומצוגיין אין גאט
הונגעריק און אפגעריסן פון דעם רעגן נאס
איך שלעפ ארום זיך פון באגינען
קיינער גיט ניט צו פארדינען
אלע לאכן, מאכן פון מיר שפאס
קופיטיע, קויפט זשע פאפיראסן
טרוקענע - פון רעגן ניט פארגאסן
קויפט זשע! ביליק - בנאמנות
קויפט און האט אויף מיר רחמנות
ראטעוועט פון הונגער מיך אצינד
קויפיטיע, קויפט זשע שוועבעלעך אנטיקן
דערמיט וועט איך א יתומל דערקוויקן
אומזיסט מיין שרייען און מיין לויפן
קיינער וויל ביי מיר ניט קויפן
אויסגיין וועל אין מוזן ווי א הונט
מיין טאטע אין מלחמה האט פארלוירן זיינע הענט
מיין מאמע האט די צרות מער אויסהאלטן ניט געקענט
יונג אין קבר זי געטריבן
בין איך אויף דער וועלט פארברליבן
אומגליקלעך און עלנט ווי א שטיין
ברעקלעך קלייב איך אויף צום עסן אויף דעם אלטן מארק
א הארטע באנק איז מיין געלעגער אין דעם קאלטן פארק
און דערצו די פאליציאנטן
שלאגן מיך מיט שווערדן, קאנטן,
ס'האלפט ניט מיין געבעט און מיין געוויין.