לאמיר, קינדער, גאר אין גאנצן
זיך אין וואלד און פעלד פארפלאנצן
אונטער פרישע רעגנס-שלאקסן
ווו די ביימער גראזן וואקסן
און אין ערד ביז בויך דערגרייכן
און און [אין?] שפיץ ביז הימל הויכן
ווייט און עק-וועלט צווייג פארשמייסן
זאל ווער קומען אונדז אויסרייסן
זיך אין וואלד און פעלד פארפלאנצן
גאר אין גאנצן!
וועלן גוטע ווינטן בלאזן
און אויף וועלט א קלאנג צעלאזן
אז שוין אומעטום אויף פעלדער
ביי די טייכן, אין די וועלדער
וואקסן וואקסן קינדער קליינע
שאפן שאפן א וועלט א שיינע
א געזונדט און א נייע
זינגט זשע קינדער מי די פרייע
לאמיר קינדער ... א.א. ז"וו [או: צ"וו?]