מאמעניו ליובעניו הארצעניו קרויצעניו
שוויג שוין אביסעלע שטיל
לעש שוין אין מיר אויס דאס העליש פייערל
און גיב מיר שוין וועמען איך וויל
איך וויל נישט קיין גאלד
און איך דארף קיין בריליאנטן
איך דארף ניש קיין סאמעט און זייד
איך וויל נאר דאס יינגעלע וועלאכס האב ליב
מיט אים וואלט איך חתונה געהאט
איך האב זיך איינגעליבט אין א שיינעם יינגעלע
שיין ווי א רענדל גאלד
אים מאמעניו האב איך געליבט
און אים האב איך טאקע געוואלט
שפאצירן דושע-לעבן זענען מיר געגאנגען
ארום און ארום דער בולוואר
אלע מיידעלעך שפילן ליבעס
און איך בין נעבליכן צום נאר
שפיאצירן דושע-לעבן זענענן מיר געגאנגען
ארום און ארום דעם גראז
וואס פאר אן אומחן האסטו אף מיר געווארפן?
געווארלד איך וויס ניט פארוואס
איך וויל נישט קיין צירונג,
איך דארף קיין בריליאנטן
איך וויל נישט קיין שיינעם אויסגאנג
גיב מיר נאר מאמעניו דאס יינגעגלע איך ליב
דעם וואס איך וויל שוין פון לאנג
א חלום מאמעניו, א חלום מאמעניו
א חלום האט זיך מיר געדאכט
זיינע שיינע בעקעלעך מיט די שווארצע אייגעלעך
האבן מיך קראנק געמאכט