איך וויל ביַי איַיך אַ קשיאַ פֿרעגן, זאָגט מיר ווער עס קען: מיט וועלכע טיַיערע פֿאַרמעגן בענטשט גאָט אַלעמען?
מען קויפֿט עס ניט פֿאַר קיין שום געלט; דאָס גיט מען נאָר אומזיסט. און דאָך, ווען מען פֿאַרלירט דאָס, וויפֿל טרערן מען פֿאַרגיסט!
אַ צווייטע גיבט מען קיינעם ניט, עס העלפֿט ניט קיין געוויין. אוי, ווער עס האָט פֿאַרלוירן, דער ווייס שוין וואָס איך מיין.
אַ ייִדישע מאַמע זי מאַכט נאָר זיס די גאַנצע וועלט, אַ ייִדישע מאַמע, אוי וויי ווי ביטער ווען זי פֿעלט. איר דאַרפֿט דאָך דאַנקען גאָט ווער עס האָט זי נאָך בײַ זיך. אוי וויי ווי טרויעריק ווערט, ווען זי גייט אַוועק צו גיך. אין וואַסער און פֿייַער, וואָלט זי געלאָפֿן פֿאַר איר קינד. ניט האַלטן איר טיַיער, דאָס איז געוויסט די גרעסטע זינד; אוי, ווי גליקלעך און ריַיך איז דער מענטש וואָס האָט, אַזאַ שיינע מתּנה געשענקט פֿון גאָט. ווי אַן אַלטיטשקע ײִדישע מאַמע, מאַמע מיַין!
ווער איז איַיך ביַי דעם וויגעלע, געזעסן טאָג און נאַכט? ווער האָט ביַי איַיער קראַנקן בעט, קיין אויג ניט צוגעמאַכט?
ווער האָט פֿאַר אייַך געקאָכט, געבאַקט, געאַרבעט און געשקלאַפֿט, און ווער וואָלט פֿאַר איר קינד אַוועקגעלייגט איר לעצטע קראַפֿט?
ביַי וועמען זיַינט איר אַלע טיַיער, אַלע פֿיַין און גוט? ווער וואָלט פֿאַר איַיך געגעבן, איר לעצטן טראָפּ פֿון בלוט?
אַ ייִדישע מאַמע...
איך וויל בײַ אײַך אַ קשיא פֿרעגן, זאָגט מיר ווער עס קען: מיט וועלכן טײַערן פֿאַרמעגן בענטשט גאָט אַלעמען?
מען קויפֿט עס ניט פֿאַר קיין שום געלט; דאָס גיט מען נאָר אומזיסט. און דאָך, ווען מען פֿאַרלירט דאָס, וויפֿל טרערן מען פֿאַרגיסט!
אַ צווייטע גיט מען קיינעם ניט, עס העלפֿט ניט קיין געוויין. אוי, ווער עס האָט פֿאַרלוירן, דער ווייס שוין וואָס איך מיין.
אַ ייִדישע מאַמע זי מאַכט נאָר זיס די גאַנצע וועלט, אַ ייִדישע מאַמע, אוי וויי ווי ביטער ווען זי פֿעלט. איר דאַרפֿט דאָך דאַנקען גאָט ווער עס האָט זי נאָך בײַ זיך. אוי וויי ווי טרויעריק ווערט, ווען זי גייט אַוועק צו גיך. אין וואַסער און פֿײַער, וואָלט זי געלאָפֿן פֿאַר איר קינד. ניט האַלטן איר טײַער, דאָס איז געוויס די גרעסטע זינד; אוי, ווי גליקלעך און רײַך איז דער מענטש וואָס האָט, אַזאַ שיינע מתּנה געשענקט פֿון גאָט. ווי אַן אַלטיטשקע ײִדישע מאַמע, מאַמע מײַן!
ווער איז אײַך בײַ דעם וויגעלע, געזעסן טאָג און נאַכט? ווער האָט בײַ אײַער קראַנקן בעט, קיין אויג ניט צוגעמאַכט?
ווער האָט פֿאַר אײַך געקאָכט, געבאַקט, געאַרבעט און געשקלאַפֿט, און ווער וואָלט פֿאַר איר קינד אַוועקגעלייגט איר לעצטע קראַפֿט?
בײַ וועמען זײַנט איר אַלע טײַער, אַלע פֿײַן און גוט? ווער וואָלט פֿאַר אײַך געגעבן, איר לעצטן טראָפּן בלוט?
אַ ייִדישע מאַמע…
|