יעדן פֿרי, יעדן פֿרי קלאַפּט דײַן פֿוס יעדן טאָג אויפֿן האַרטן ברוק,
און די פֿיס, דײַנע פֿיס, אין דעם גאַנג אויפֿן ברוק שוין געוואָרן מיד,
וואו דו גיסט זיך נאָר אַ קער און דו גיסט זיך נאָר אַ דריי
זיינען וועלטס אַלע טירן געשלאָסענע פֿאַר זיי.
שוין גענוג, שוין גענוג קלאַפּט דײַן פֿוס יעדן טאָג אויפֿן האַרטן ברוק.
אין די שיך, דײַנע פֿיס, קלאַפּן אויס יעדן מאָרגן דעם אַרבעטסטאָג פֿאַר זיך.
אין די שיך, דײַנע פֿיס, איז דעם גאַנג אויפֿן ברוק שוין געוואָרן מיאוס,
נאָר די פיס בינדן קייטן, וואָס קיינער זעט ניט זיי,
און זיי צווינגען צו שפּאַנען און גיין דאָ אין דער רײַ.
אין די שיך, דיינע פֿיס, קלאַפּן אויס יעדן מאָרגן דעם אַרבעטסטאָג פֿאַר זיך.
שוין גענוג, שוין גענוג קלאַפּט דײַן פֿוס יעדן טאָג אויפֿן האַרטן ברוק.
אָ, איר פֿיס! איר מוזט גיין, כאָטש פֿאַרמאַטערט, פֿאַרבלוטיקט, און בלײַבן שטיין
אָ, איר פֿיס! איר מוזט אַלע דערפֿילן דעם באַפֿעל,
זאָל די צײַט אָבער קומען, דאַן וועט איר לויפֿן שנעל
שוין גענוג, שוין גענוג קלאַפּט דײַן פֿוס יעדן טאָג אויפֿן האַרטן ברוק.