תרגום ישראל גויכברג מעברית
דער טאַטע צינדט אַכט ליכטעלעך אָן,
בּאַדינט פֿון שמש איינעם –
און אַלץ לכּבוד חנוכּה,
דער יום-טוב אונדזער שיינעם.
דער לערער שענקט אַ דריידל מיר
פֿון בּליי געגאָסן ריינעם,
און אַלץ לכּבוד חנוכּה,
דער יום-טוב אונדזער שיינעם.
הייסע לאַטקעס באַקט די מאַמע
פֿאַר מיר, פֿאַר אײַך, פֿאַר אַלע
און אַלץ לכּבוד חנוכּה,
דער יום-טוב אונדזער שיינעם.
ס'האָט מײַן פֿעטער מיר געשאָנקען
אַ גראָשנדל אַ קליינעם –
און אַלץ לכּבוד חנוכּה,
דער יום-טוב אונדזער שיינעם.