עס קלינגט דאָס מַאי-גלעקל אין טאָל,
און רופט צונויף די פֿרײַנד,
און יעדע שמעקנדיקע בלום
וויל זינגען, טאַנצן הײַנט.
פֿון אַלע פֿאַרבן זײַנען דאָ
די בלימעלעך אין פֿעלד:
ווײַס, רויט און גרוי, און געל און בלוי -
אַ לעבנדיגע וועלט!
דאָס מאַי-גלעקל שפילט אויף אַ טאַנץ,
מען טאַנצט זיך זייער פֿײַן,
און די לבנה קוקט און קוועלט,
און שיקט איר זילבער-שײַן.
אין כעס ווערט דער בייזער פֿראָסט,
און לאָזט זיך גיין אין טאָל.
די בלומען טאַנצן שוין ניט מער,
מען הערט ניט זייער קול,
גאָר אָט איז שוין דער פֿראָסט אַוועק,
דאָס מַאי-גלעקל רופֿט גיך,
רופֿט אויף אַ פֿרילינג-באַל אין טאָל
די בלימעלעך צו זיך.
עס קומט דער פֿרילינג, און מיך ציט
פֿון שטוב אין גרינען וואַלד!
די בלומען זינגען, טאַנצן דאָרט.
איך טאַנץ מיט זיי שוין באַלד!