בין איך מיר אַ שלומי־אַמיניק,
פֿאָר איך מיר קיין פּאַלעסטינע.
אין דער קאָלאָניע פּתּח־תּיקווה
וועלן מיר בויען אַ כּשרע מיקווה.
אין ירושלים , אין די חיצות [חוצות]
וועלן מיר גיין מיט די לאַנגע ציצית.
אויפֿן הויכן הר־הזיתים
וועלן מיר בויען אַ פֿאַבריק פֿון טליתים.
און די שומרים, די האָלאָטע
וועלן מיר לייגן אין דער בלאָטע.
און דערווײַל מעגסטו דרעמלען,
דאָס וועט זײַן אַז משיח וועט קומען.