חד גדיא
אַ פּסחדיקע לידעלע
[כאָר-באגלייטונג:]
אַ פּסחדיקע לידעלע
וויל איך זינגען מיט אַ ניגוּן:
אַ מוּסר פֿאַר די עלטערע
און פֿאַר קינדער פֿאַרגענינן
חד גדיא! חד גדיא!
אַ מעשה מיט אַ ציגעלע!
הערט אויס, אָבוֹת וּבנים!
דער פֿאָטער האָט בּעצאָלט פֿאַר איר
צוויי גילדן מזוּמנים.
די אוּמשוּלדיקע ציגעלע!
זי שפּרינגט אַרום אין הויף. –
פּלוּצלוּנג קומט אַ בייזע קאַץ
אוּן כֿאַפּט און פֿרעסט איר אויף.
[כאָר-באגלייטונג:]
די ציגעלע, די ציגעלע,
הערט אויס, אָבות וּבנים!
דער פֿאָטער האָט בּעצאָלט פֿאַר איר
צוויי גילדן מזוּמנים!
חַד גַּדְיָא! חַד גַּדְיָא!
דער הוּנט האָט פֿײַנט געהאַט די קאַץ –
דאָס טרעפט זיך עַל-פִּי-רֹב –
ער קלערט ניט לאַנג און כֿאַפּט איר אָן
אוּן מאַכט פֿוּן אִיר אַ סוֹף.
דער הוּנט איז דאָך דעם שטעקן ווערט:
ער איז דאָך בּייז און שלעכט –
דער שטעקן גיט אים קלעפּ, ווי בּאָבּ,
אוּן מיינט, אַז ער איז גערעכט.
די ציגעלע...
די פֿײַער האָט די גאַנצע זאַך
אַרײַנגעבּראַכט אין צאָרן;
דער שטעקן פֿאַלט צו אים אַרײן –
און איז פֿאַרבּרענט געוואָרן
דאָס וואַסער ליבּט דעם פֿײַער ניט:
זיי זענען ניט קײַן פּאָר;
עס פֿלייצט דעם פֿײַער אַרום און אַרום –
אוּן לעשט אים אויס בּיז גאָר.
די ציגעלע...
דער אָקס פֿאַרשטייט קײַן חכמות ניט,
זײַן קאָפּ איז נאָר אין מאָגן;
ער קוּמט צוּם וואַסער אוּן טרינקט עס אויס:
ווער האָט אים וואָס צו זאָגן!
דער שוֹחט גיט מיטן חלף אַ פֿיר –
פֿוּנם אָקס איז נישט געוואָרן...
דער שוֹחט מיינט, אַז יעדער אָקס
איז נאָר פֿאַרן חלף געבּאָרן...
די ציגעלע...
דער שוֹחט האָט בּאַקוּמען זײַן לוין,
אוּן גאָר ניט אויף קאַטאָוועס:
ער האָט מיט זײַן לעבּן באַצאָלט זײַן שוּלד
אַליין דעם מלאך-המות...
נאָר גאָט, דער האַר, האָט שוין בּאַשטימט,
די אוּמרעכט צוּ פאַרדאַרבּן,
און דער, וואָס בּרענגט דוּראכויס דעם טויט,
זאָל אַליין גלײַך שטאַרבּן!
די ציגעלע...