צום זיג
עס הערט זיך א מעכטיעקער רוף אומעטום
פון ארבעטער קעמפער, פון שלאכטיקער פעלד
א רוף פון ארמייען, א צערנדיק געברום
צעטרעגט און צעשפרייט זיך ארום און ארום
"מיר וועלן צעשטערן דעם פיינט אומעטום
מיר וועלן באפרייען, באנייען די וועלט"
דאס לעבן איז ביטער, דער היינט אזוי הארט
דער געכטן געבראכט האט אונדז הונגער און גויט
די קעמפער געטרייסטע אין תפיסות פארשפראט
די הענט הארעפאשגע בארויבט און געגארט
נאר ס,ביילט זיך די פויסט און דערצארנט זי ווארט
צו הויבן די פאן וואס וועט פלאטערן רויט
פארויס פראלעטאריער פון שאפ און פאבריק
אין שלאכט מיטן שונא קיין שפאו ניט צוריק
ס'ווערן די מאסן באפרייט
עס שפאגען פון דאגען, פון גאענט און ווייט
די קעמפער די בראווע שקלאפן באפרייט
מיר שפאגען פון דאגען צום זיג
צום זיג, צום זיג פארויס!