לייג איך מיר מײַן קעפּעלע
לייג איך מיר מײַן קעפּעלע
אויף מײַן מאַמעס בעטעלע,
גייט מײַן מאַמע פֿאַרבײַ,
נאָך אַנאַנד זי טוט און קוועלט:
— שלאָף, מײַן טעכטערל האַרצינקע,
אייגעלעך האָסטו שוואַרצינקע,
שלאָף געזונטערהייט! שלאָף געזונטערהייט!
לייג איך מיר מײַן קעפּעלע
אויף מײַן טאַטנס בעטעלע,
גייט מײַן טאַטע פֿאַרבײַ,
נאָך אַנאַנד ער טוט און קוועלט:
— שלאָף, מײַן טעכטערל פֿײַנינקע,
אייגעלעך האָסטו קליינינקע,
שלאָף געזונטערהייט! שלאָף געזונטערהייט!
לייג איך מיר מײַן קעפּעלע
אויף מײַן שוויגערס בעטעלע,
גייט מײַן שוויגער פֿאַרבײַ,
נאָך אַנאַנד זי טוט און שעלט:
— מײַן שנור איז קיין בריה ניט!
קיין מלאָכה טוט זי ניט!
נאָך אַנאַנד זי טוט און שלאָפֿט,
נאָך אַנאַנד זי טוט און פּאָפֿט.
לייג איך מיר מײַן קעפּעלע
אויף מײַן מאַנס בעטעלע,
גייט מײַן מאַן פֿאַרבײַ,
נאָך אַנאַנד ער טוט און קוועלט:
— שלאָף, מײַן ווײַבעלע קליינינקע,
אייגעלעך האָסטו שיינינקע,
שלאָף געזונטערהייט! שלאָף געזונטערהייט!