גוט מאָרגן דיר, רבונו של עולם!
איך, לוי-יצחק בן-שׂרה מבערדיטשעװ
בין צו דיר געקומען מיט אַ דין תּורה
פֿאַר דיין פֿאָלק ישׂראל
און װאָס האָסטו צו דיין פֿאָלק ישׂראל?
און וואָס האָסטו אָנגעזעצט אויף דיין פֿאָלק ישׂראל?
אַז װאָס נאָר אַ זאַך, איז "צו את בני-ישׂראל,"
און װאָס נאָר אַ זאַך, איז "אמור לבני-ישׂראל,"
און װי נאָר אַ זאַך, איז "דבר לבני-ישׂראל."
טאַטעניו! כמה אומות בעולם!
בבליים, פּרסיים, אדומיים
און די רוסלענדער, װאָס זאָגן?
"אונזער קייזער איז אַ קייזער!"
די דייטשלענדער, װאָס זאָגן זײ?
"אונזער קעניג איז אַ קעניג!"
די ענגלענדער, װאָס זאָגן זײ?
"אונזער מלכות איז אַ מלכות!"
און איך, לױ-יצחק בן-שׂרה מבערדיטשעװ זאָג׃
"יתגדל ויתקדש שמה רבא!"
און איך, לױ-יצחק בן-שׂרה מבערדיטשעװ, זאָג׃
"לא אזוז ממקומי!
כ'װעל זיך פֿון אָרט ניט רירן!
אָן אַ סוף זאָל דאָס זיין!
אָן אַן עק זאָל דאָס נעמען!
יתגדל ויתקדש שמה רבא!"