אָ, ליבער, מיר האָבן געשלאָסן
אויף לעבן און טויט אַ פֿאַרבאַנד,
מיר שטייען אין שלאַכט ווי גענאָסן,
די פֿאָן די רויטע אין האַנט.
און טרעפֿט דיך אַ קויל, מײַן געטרייַער,
אַ קויל פֿון דעם שׂונא, דעם הונט,
איך טראָג דיך אַרויס באַלד פֿון פֿײַער,
און הייל דיר מיט קושן דײַן וווּנד.
און ביסטו געפֿאַלן אַ טויטער,
די אויגן די ליבע פֿאַרמאַכט,
איך וויקל דיך אײַן אין דער פֿאָן דער רויטער
און פֿאַל אין דער בלוטיקער שלאַכט.