עס האָט אונדז דאָס לעבן געפֿונען, דאָס לעבן פֿון זוניקע טעג, האָט יעדער אין לאַנד אַזױ מונטער געשפּאַנט און באַזונדער געגאַנגען אין װעג. צו אײנס, צװײ דרײַ, - אױף אַרבעט אין װעג זיך געלאָזט יעדער טראָט האָט זײַן קלאַנג, יעדער װעג זײַן געזאַנג, װען דו גײסט, און דו װײסט און פֿאַרװאָס?
איצט איז פֿאַר אונדז פֿאַרװערט טראָטואַרן, כאָטש אַנדערע גײען דאָרט פֿרײַ, און מיר, טוט אַ קוק אױפֿן שטײנערנעם ברוק, אונטער אײַזערנע קלעפּ פֿון נאַגײַ. צו אײנס, צװײ דרײַ, צו אײנס, צװײ דרײַ, דעם ברוק האָט מען אונדז נאָר געלאָזט האָט דער טראָט אַזאַ קלאַנג גאָר אַן אַנדער געזאַנג, װען דו גײסט און דו װײסט נישט פֿאַרװאָס?
עס האָבן אַלטע און יונגע דאָס לעבן געבױט און געהאָפֿט, ביז עס האָט אַזאַ שװערד אַלץ פֿאַרװיסט פֿון דער ערד און געפֿירט האָט מען אונדז װי אַ שאָף. צו אײנס, צװײ דרײַ, צו אײנס, צװײ דרײַ, אַזױ װי די שאָף זיך געלאָזט, װוּ דײַן פֿרױ, און דײַן קינד און דאָס גאַנצע געזינד, האָבן געפֿרעגט װוּהין און פֿאַרװאָס?
צו איינס צוויי דריי
נאָר ברודער אַן אַנדערער גײטס װעט באַלד צו דײַן אױער דערגײן, און די װאָס פֿאַר שרעק געװען ערשט פֿאַרשטעקט שפּאַנען מיט אונדז נישט אַלײן. צו אײנס, צװײ דרײַ, צו אײנס, צװײ דרײַ, די געסלעך, דעם טױער [או: די מויער] פֿאַרלאָזט! ס'האָט דער טראָט אַזאַ קלאַנג גאָר אַן אַנדער געזאַנג װען דו גײסט, און דו װײסט שױן פֿאַרװאָס. צו איינס צוויי דריי
עס האט אונדז דאס לעבן געפֿונען, דאס לעבן פֿון זוניקע טעג, האט יעדער אין לאנד אזױ מונטער געשפאנט און באזונדער געגאנגען אין װעג. צו אײנס, צװײ דרײ, - אױף ארבעט אין װעג זיך געלאזט יעדער טראט האט זײן קלאנג, יעדער װעג זײן געזאנג, װען דו גײסט, און דו װײסט און פֿארװאס?
איצט איז פֿאר אונדז פֿארװערט טראטוארן, כאטש אנדערע גײען דארט פֿרײ, און מיר, טוט א קוק אױפֿן שטײנערנעם ברוק, אונטער אײזערנע קלעפ פֿון נאגײ. צו אײנס, צװײ דרײ, צו אײנס, צװײ דרײ, דעם ברוק האט מען אונדז נאר געלאזט האט דער טראט אזא קלאנג גאר אן אנדער געזאנג, װען דו גײסט און דו װײסט נישט פֿארװאס?
עס האבן אלטע און יונגע דאס לעבן געבױט און געהאפֿט, ביז עס האט אזא שװערד אלץ פֿארװיסט פֿון דער ערד און געפֿירט האט מען אונדז װי א שאף. צו אײנס, צװײ דרײ, צו אײנס, צװײ דרײ, אזױ װי די שאף זיך געלאזט, װו דײן פֿרױ, און דײן קינד און דאס גאנצע געזינד, האבן געפֿרעגט װוהין און פֿארװאס?
נאר ברודער אן אנדערער גײטס װעט באלד צו דײן אױער דערגײן, און די װאס פֿאר שרעק געװען ערשט פֿארשטעקט שפאנען מיט אונדז נישט אלײן. צו אײנס, צװײ דרײ, צו אײנס, צװײ דרײ, די געסלעך, דעם טױער [או: די מויער] פֿארלאזט! ס'האט דער טראט אזא קלאנג גאר אן אנדער געזאנג װען דו גײסט, און דו װײסט שױן פֿארװאס.
פרטים נוספים
|