בין איך מיר אַ שנײַדערל
בין איך מיר אַ שנײַדערל,
אַ נאָדל האַלטן קען איך ניט אין האַנט;
שטעל איך מיר אַרויס אַ וויוועסקע,
אַז איך פּרעס געוואַנט.
פֿרעגט וואָס קען איך? -
טידל־דידל־דאַם!
אַז איך פּרעס פֿאַרברען איך -
טידל־דידל־דאַם!
האָט ניט קיין פֿאַראיבל,
האָט ניט קיין פֿאַראיבל -
טידל־דידל, דידל־דידל־דאַם!
בין איך מיר אַ שרײַבערל,
קיין פּען האַלטן קען איך ניט אין האַנט;
שטעל איך מיר אַרויס אַ וויוועסקע,
אַז איך האָב טאַלאַנט.
פֿרעגט וואָס שרײַב איך? -
טידל־דידל־דאַם!
פֿון זיך נחת קלײַב איך -
טידל־דידל־דאַם!
האָט ניט קיין פֿאַראיבל,
האָט ניט קיין פֿאַראיבל -
טידל־דידל, דידל־דידל־דאַם!
בין איך מיר אַ קלעזמערל,
קיין פֿידל האַלטן קען איך ניט אין האַנט;
שטעל איך מיר אַרויס אַ וויוועסקע,
אַז איך שפּיל באַטעמט.
פֿרעגט וואָס פֿאַר אַ טענער? -
טידל־דידל־דאַם!
שפּיל איך ניט, איז שענער -
טידל־דידל־דאַם!
האָט ניט קיין פֿאַראיבל,
האָט ניט קיין פֿאַראיבל -
טידל־דידל, דידל־דידל־דאַם!