אָט אַזוי נייט אַ שנײַדער
אָט אַזוי נייט ער נאָך!
אָט אַזוי נייט אַ שנײַדער
אָט אַזוי נייט ער דאָך!
ער נייט און נייט אַ גאַנצע װאָך
פֿאַרדינט אַ גילדן מיט אַ לאָך.
ער נייט און נייט און נייט און נייט
און האָט קדחת ניט קיין ברייט.
אַז די מאַמע װאָלט עס װיסן
װי איך ליג דאָ אָן אַ קישן.
אַז דער שבת װעט דאָך קומען
װעט די (דאָס) װײַב זיך װײַטער קרומען.