א געשריי א געוואלד און א געפילדער
פאטר אין וואלד זוכט זיינע קינדער
קינדער קינדער וואו זייט איהר געווזען
וואס אויף מיר האט איהר שוין פארגעסען
קינדער קינדער קומט צו מיר אהיים
ווארום מיר איז אומעטיג צו זיצען אליין
פאטער פאטער ווי קענען מיר געהן צו דיר
אז דער שומר שטייט דאך ביי דער טיר