קום אַהער דו פֿילאָסאָף
מיט דייַן קעצישן מוחל
קום אַהער צום רבינס טיש
און לערן זיך דאָ שׂכל
יאַם בייַם באַם באַם
אַ דאַמפֿשיף האָסטו אויסגעטראַכט
און נעמסט זיך מיט דעם איבער
דער רבי שפּרייט זייַן טיכל אויס
און שפּאַנט דעם ים אַריבער
יאַם בייַם באַם באַם
אַ לופֿט באַלאָן האָסטו אויסגעקלערט
און מיינסט דו ביסט אַ חרוץ
דער רבי שפּעט דער רבי לאַכט
ער דאַרף דאָס אויף כּפּרות
יאַם בייַם באַם באַם
צי ווייסטו וואָס דער רבי טוט
בעת ער זיצט ביחידות
אין איין מינוט ער אין הימל פֿליט
און פּראַוועט דאָרט שלוש סעודות
יאַם בייַם באַם באַם