המילים
אָ, העמערל, העמערל, קלאַפּ!
קלאַפּ שטאַרקער אַ טשוועק נאָך אַ טשוועק.
קיין ברויט איז אין שטוב שוין נישטאָ,
נאָר צרות און לייד אָן אַן עק.
אָ, העמערל, העמערל, קלאַפּ!
דער זייגער, ער שלאָגט שוין באַלד צוועלף.
די אויגן, זיי מאַכן זיך צו —
גיב כּוחות, אוי גאָטעניו, העלף!
אָ, העמערל, העמערל, קלאַפּ!
שלאָג שטאַרקער די טשוועקעס, שלאָג גיך!
ביז מאָרגן מוז פֿאַרטיק שוין זײַן
דער גבֿירהטעס טעכטערלס שיך.
אָ, העמערל, העמערל, קלאַפּ!
ניט גליטש פֿון מײַן האַנט זיך אַרויס!
מײַן איינציקער שפּײַזער ביסטו,
פֿון הונגער אָן דיר גיי איך אויס!…