יוגנט-הימן
אונדזער ליד איז פול מיט טרויער,
דרײַסט איז אונדזער מונטער גאַנג;
כאַָטש דער שונא וואַכט בײַם טויער,
שטורעמט יונגט מיט געזאַנג!
יונג איז יעדער, יעדער,
יעדער ווער עס וויל נאָר,
יאָרן האָבן קיין באַטײַט!
אַלטע קענען, קענען,
קענען אויך זײַן קינדער
פון א נײַער, פרײַער צײַט!
מיר געדענקען אַלע שונאים,
מיר דערמאָנען אַלע פרײַנד,
אייביק וועלן מיר פאַרבינדען
אונדזער נעכטן מיט דעם הײַנט!
יונג איז...
ווער עס וואָגלט אום אויף וועגן,
ווער מיט דרייסטקייט שטעלט זײַן פוס,
ברענגט די יוגנט אונדז אַנטקעגן
פונעם געטאָ אַ גערוס!
יונג איז...
קלײַבן מיר צונויף די גלידער,
ווידער שטאָלן מיר די ריי;
גייט א בויער, גייט א שמידער –
לאָמיר אַלע גיין מיט זיי!
יונג איז...