חנוכּה, אוי חנוכּה
חנוכּה, אוי חנוכּה, אַ יום-טוב אַ שיינער,
אַ לוסטיקער, אַ פֿריילעכער, ניטאָ נאָך אַזוינער,
אַלע טאָג אין דריידל שפּילן מיר,
הייסע גוטע לאַטקעס עסן מיר,
געשווינדער, צינדט, קינדער,
די חנוכּה-ליכטעלעך אָן !
לאָמיר אַלע אין איינעם
צום יום-טוב דעם שיינעם
זינגען און טאַנצן אין קאָן.
יהודה האָט באַזיגט דעם שונא רוצח
און אין בית המקדש געזונגען למנצח
די שטאָט ירושלים האָט דאַן אויפֿגעלעבט
און דאָ אַ נײַעם לעבן האָט יעדער געשטרעבט
געשווינדער ...
חנוכּה, אוי חנוכּה, ביסט ליב אונדז און טײַער
עס ברענען דײַנע ליכטעלעך מיט אייביקן פֿײַער
פֿריילעכע זכרונות וועקן זיי אויף
עס הערט זיך מתיתיהוס הייליקער רוף.
געשווינדער ...